Landing

דבר המוסד

דער הייליגער מוסד, תלמוד תורה “בת עין” בעיה”ק צפת תובב”א, איז אויפגעשטעלט געווארן מיט מסירת נפש דורך א גרופע עסקנים בפקודת הקודש כ”ק מרן אדמו”ר מ’פשעווארסק שליט”א, אויפן הייליגן נאמען ולזכרו, פונעם גרויסן צדיק וקדוש ופועל ישועות, דער “בת עין” זי”ע.

דער הייליגער מוסד, איז א דירעקטע המשכה, אויסצופירן רצון קדשו פונעם הייליגן ‘בת עין’ זי”ע, אז עס זאל זיך געפינען אן ערליכער ישוב אין די הייליגע שטאט צפת, וויבאלד ער האט ליידער נישט איבער געלאזט קיין קינדער אויף די וועלט, נאר ער האט זיך מוסר נפש געווען אויפצובויען די הייליגע שטאט צפת, ברוחניות ובגשמיות.

דער הייליגער מוסד, איז די איינציגסטע חסיד’ישע מוסד אין גאנצן “גליל”, וואס האלט אן מיט שטאלץ די הייליגע שיטה פון רבותינו הקדושים, נישט צו האבן קיין שום שייכות מיט די מלכות המינות, און מ’רעדט דארט בלויז די “אידישע שפראך”.

דער הייליגער מוסד, איז טאקע אויפגעשטעלט געווארן סמוך ונראה צו זיין הייליגן ציון, און די ליכטיגע קינדער’ליך פון די ת”ת וואס פאררופן זיך – מיט רעכט – אלץ “קינדער פון הייליגן בת עין”, גייען מתפלל זיין על קברו א יעדן ערב ראש חודש לטובת די תומכים, און אידן ווערן געהאלפן מיט געוואלדיגע ישועות בכל ענינים בזכות פון זיין א ‘שותף’ מיטן הייליגן בת עין, מיט זיינע קינדער’ליך, און מיט זיין שטאט.


Contact Us

Reach US

  [email protected]

  347-201-2946

  670 Myrtle Ave PMB 103,
        Brooklyn NY 11205